אַ נייע ליטעראַרישע צייטשריפט: יידישע גילגולים, נייע שאַפונגען, באַנייטע האָפענונגען
היינטיקע צייטן פאַרשפּרייטן זיך נייעס אָן אַ פאַרגלייך גיכער ווי דורך דעם אַמאָליקן, אויך אַ גאַנץ עפעקטיוון מפּה־לאוזן מעטאָד. אויף די שיעור ניט גרענצלאָזע "כוואַליעס" פונעם אינטערנעט איז צו אונדז דערגאַנגען די ידיעה, אַז אין פּאַריז, אין אַ גוטער און אַ מזלדיקער שעה, האָט גענומען אַרויסצוגיין אַ נייער יידישער ליטעראַרישער זשורנאַל. טאָמער קלאַפּט איר אַריין אויפן אינטערנעט אין דער אַדרעס־שפּאַרונקע פון אויבן דעם צונויפהעפט
/http://gilgulim.com, וועט איר אַרויס אויף אַן ענגלישן וועב־פּלאַץ געווידמעט ר' חיים וויטאַל'ס "ספר גילגולים", דאַקעגן זשע אַז מע קלאַפּט אין יענער שפּאַרונקע אַריין דעם אַדרעס /
http://gilgulim.org , קומט מען גלייך אָן צו דעם ווירטועלן שוי־פענצטער פון דער נייסטער יידישער צייטשריפט "גילגולים, נייע שאַפונגען".
היינט־צו־טאָג זענען פאַרבליבן גאָר ווייניק פּעריאָדישע אכסניות אויף צו פאַרעפנטלעכן נייע יידישע שאַפונגען. די וועלט פון יידישע ליטעראַרישע צייטשריפטן איז געוואָרן שרעקלעך איינגעשרומפּן. שיעור ניט אינגאַנצן אויסגעוועפּט. צום טייל איז זי מער־ווייניקער פּאַראַליזירט, ווי אַשטייגער אין ישראל. צום טייל ווערט זי רעטאָריש צי הלכה־למעשה מאָנאָפּאָליזירט, ווי אין ניו־יאָרק. איז טאַקע דעריבער, זעט עס אויס ווי אַ שטיקל נס, ווען אַ שפּאָגל־נייער ליטעראַרישער זשורנאַל הייבט אָן צו דערשיינען אין דער פראַנצויזישער עיר־הבירה און עס ווילט זיך האָפן אַז עס וועט, אם־ירצה־השם, דערגיין צו די אַלע צעזייטע־צעשפּרייטע ווינקלען וואו עס געפינען זיך לייענער און ליבהאָבער פון יידיש.
די נייע צייטשריפט ווערט אַרויסגעגעבן פון דער פּאַריזער געזעלשאַפט „ליטעראַרישע גילגולים“, איר רעדאַקטאָר איז דער באַקאַנטער פראַנצויזישער שרייבער, יידישער פּאָעט און פאָרשער פון יידישער ליטעראַטור - זשיל ראָזיע, און דער "בעל־יועץ פאַר שפּראַך" פונעם זשורנאַל איז דער גלענצנדיקער יידישער לעקסיקאָגראַף, פאָרשער, דיכטער און גאָר שטאַרק באַליבטער יידיש־לערער - יצחק ניבאָרסקי.
דער ערשטער נומער פון די פּאַריזער "גילגולים" איז צו אונדז דערווייל נאָך ניט דערגאַנגען, אָבער אַ שמץ אַנונג דערפון קען מען פאָרט אַרויסבאַקומען פון זיין וועב־פּלאַץ. אָט וואָס עס שרייבן דאָרטן די אַרויסגעבער ביים סאַמע אָנהייב אינעם אָפּטיל "וועגן גילגולים":
שווער איז צו קומען נאָכן חושך־מצרים, ווען דאָס פינצטערניש איז זיך נאָך ניט אין גאַנצן צערונען. שווער אָבער שפּאַנענדיק. ווען די וועלט שטרעבט צו אַן אַלוועלטלעכער קולטור אין איין שפּראַך וואָס זאָל פאַרהוילן, פאַרדעקן צי אַרומנעמען אַלע אַנדערע, חלומען זיך וואו ניט וואו אַנדערע וועגן. און ווען הילכערס שרייען וועגן אייניקייט און אוטיליטאַריזם, פילט זיך אַ חשק צו פילדייטיקייט און איבעריקייט. ווייל די ליטעראַטור איז פון תמיד אָן אַן איבעריקע זאַך, אַ ייִתּור וואָס ווערט אַ מאָל מגולגל אין אַ נשמה־יתירה. יידישע שרייבער האָבן זיך כמעט אין אַלע צייטן אויסגעוויילט די יידישע שפּראַך ווי זייער ליטעראַרישע שפּראַך, צי ווי איינע פון זייערע שאַפונגשפּראַכן און דער לייענער האָט שטענדיק געלייענט אין אַנדערע שפּראַכן אויך.
ווער סע וויל זיך דערוויסן מער, מעג זיך מטריח זיין לייענען ווייטער און באַקענען זיך מיט די אַלע פּרטים אויף דעם אויבן־דערמאָנטן וועב־פּלאַץ פונעם נייעם זשורנאַל. עס איז אָבער כדאי צו באַמערקן, אַז די מחברים וואָס זייערע ווערק זענען אַריין אין דעם ערשטן נומער, וואוינען און שאַפן אין פאַרשידענע לענדער; אַזוי־אַרום ברענגט דער זשורנאַל צונויף אונטער איין דאַך שרייבער פון אַמעריקע (שלום בערגער, בעריש גאָלדשטיין), אוקראַינע (אייזיק באַרגטייל), ישראל (רבקה באַסמאַן בן־חיים, לעוו בערינסקי, וועלוול טשערנין, מיכאל פעלזענבאַום, אלכסנדר שפּיגלבלאַט), עסטרייך (טאָמאַס סאָקסבערגער), פראַנקרייך (האַנרי לעווי, יצחק ניבאָרסקי, זשיל ראָזיע) און רוסלאַנד (ישראל נעקראַסאָוו).
מע געפינט דאָ ניט־ווייניק שוין גוט באַקאַנטע נעמען ווי אויך אַזעלכע, וואָס זיינען פיל ווייניקער אָדער גאָרניט באַוואוסט; פאָרשטייער סיי פונעם עלטערן און סיי פונעם "יינגערן" דור. בשייכות מיטן ענין "יינגערער" דור איז זיין יונגשאַפט שוין כידוע היפּשלעך אַלטגעבאַקן און פאַרזשאַווערט. די סאַמע יינגסטע אָנטייל־נעמער זיינען געבוירן געוואָרן אין 1973 און 1970. אָבער דער נייער זשורנאַל מאַכט ניט קיין וועזן פון דעם ענין "יונגע" צי באַנייטע כוחות. עס איז אָבער יאָ פריער פאַר אַלץ אָריענטירט דווקא אויף נייע שאַפונגען, אויף צו געבן אַן אָנשטענדיקן אויסדרוק דער אָנגייענדיקער, היינטצייטיקער שעפערישקייט אי פון די שוין אַנערקענטע מייסטערס, אי פון די, וואָס שטעלן אפּנים זייערע ערשטע טריט אין דער יידישער ליטעראַטור.
ליטעראַרישע שעפערישקייט נעמט אָן פאַרשידענע פאָרמען און דריקט זיך אויס אויף כלערליי אופנים. דערפאַר איז דאָס אַ געראָטענער איינפאַל, וואָס שוין אין דעם ערשטן נומער האָט מען אין די "גילגולים" איינגעפירט אַ באַזונדערן אָפּטייל פאַר נייע איבערזעצונגען פון דער וועלט־ליטעראַטור. דער אָפּטייל הייסט "מיט אָפענע טירן צו דער וועלט" און הלוואי זאָל עס מיטווירקן אַז די היינטצייטיקע יידישע שריפטשטעלער זאָלן זיך אויך אָפּגעבן מיט קינסטלערישער איבערזעצונג. אָבער אַז מ'דערמאָנט שוין די פאַרשידענע "פאָרמען", וואַרפט זיך גלייך אין די אויגן, אַז כמעט אַלע ווערק דאָ זענען אין תחום אָדער אין דער פאָרעם פון פּאָעזיע. אָט ווי עס זעט אויס די פאַרטיילונג פון די פאַרעפנטלעכטע ווערק אויף "זשאַנרען" לויט דעם זשורנאַל'ס אינהאַלט: 83 לידער, איין פּאָעמע, 3 משלים און בלויז איין דערציילונג (אויך די איבערגעזעצטע ווערק זיינען לידער). דאָס איז אוודאי אַ געווינס פאַר יידישער פּאָעזיע, אפילו אויב ניט אַלע הונדערט פּראָצענט פון די אָפּגעדרוקטע לידער זאָלן זיין אויפן העכסטן ניוואָ. פונדעסטוועגן, וואָס אָנבאַלאַנגט דער ליטעראַטור אין אַלגעמיין, איז דאָס אייגנטלעך אַ סימן־דלות. דער כמותדיקער איבערוואָג פון פּאָעזיע איבער פּראָזע האָט אויך פריער געפּלאָגט אונדזער ליטעראַטור, נאָר וואָדען, דאָ איז דאָס שוין ווייט ניט קיין איבערוואָג, נייערט אַ גאַנצע לידער פאַרפלייצונג. עס דערמאָנט זיך מיר ווי דער טאַטע, יוסף קערלער ע"ה, פלעג זיך באַקלאָגן, נאָך אין די פריע 1980ער, אויף דעם, וואָס מיר פאַרמאָגן וואָסאַמאָל וויינקער איכותדיקע פּראָזע אַקעגן דעם רייכן צופלוס פון גוטער פּאָעזיע. ער פלעג טאַקע טענהן, אַז פּאָעזיע איז געגליכן צו פּוטער און פּראָזע צו ברויט. "וויפל פּוטער קאָן אַ מענטש אויפעסן בלויז מיט אַ קליין רייפטל ברויט, אָדער אינגאַנצן אָן ברויט?" - פלעגט ער דעמאָלט, שוין דעמאָלט פרעגן. איז לאָמיר טאַקע האָפן, אַז אין די ווייטערדיקע נומערן וועלן זיך באַווייזן מער פּראָזע־ווערק הן אָריגינעלע, הן ניי־איבערגעזעצטע און אפשר אויך נייע דראַמאַטישע שאַפונגען.
ס'איז נאָך אוודאי צו פרי צו פּרואוון אָפּשאַצן די ליטעראַרישע ווערט פון דעם נייעם זשורנאַל. אָבער וועדליק די גוט באַקאַנטע, צום טייל אויסגעקלונגענע, נעמען צווישן די באַטייליקטע מחברים, און וועדליק דער עכט־פּראָפעסיאָנעלער אחריות מיט וועלכער עס צייכנען זיך אויס די מיטגלידער פון דער פּאַריזער רעדאַקציע, קאָן מען בפירוש דערוואַרטן אַז די נייע צייטשריפט זאָל אויפוועקן אַ באַנייטן אויפברויז פון ליטעראַרישער שעפערישקייט אויף יידיש. ניט אומזיסט דאָך זאָגן די פראַנצויזן, אַז דער אַפּעטיט קומט־אָן מיטן עסן. אַזאַ נייע און פרישע פּעריאָדישע אכסניא פאַר יידישער ליטעראַטור קאָן, גלייב איך, סטימולירן און אפשר אויך אינספּירירן נייע שעפערישקייט און אפשר, הלוואי, הלוואי, אויך פאַראינטערעסירן נייע ערנסטע לייענער.
דוב־בער קערלער