"Наш овет Чемберлену!"

Mar 13, 2008 17:05





    Click here to print גאַבי וויינרייך ענטפערט דעם רעדאַקטאָרספּעציעל צום אַלגעמיינעם זשורנאַל

פּראָפעסאָר גבריאל (גאַבי) וויינרייך, אַ זון פון ייוואָ-גרינדער מאַקס וויינרייך און אַ ברודער פונעם אידישן לינגוויסט אוריאל וויינרייך, האָט זיך ניט נאָר אָפּגעשמדט דאָ אין דער פרייער דעמאָקראַטישער אַמעריקע, ער איז דערצו געוואָרן אַן עפּיסקאָפּאַלישער גלח און האָט אַרויסגעלאָזן אַ בוך וואו ער שילדערט ווי אויסגעליידיקט פון גייסטיקן תוכן עס איז געווען דער “וועלטלעכער אידישיזם” מיט וועלכן ער איז אויסגעוואַקסן סיי אין ווילנע און סיי אין ניו יאָרק.

פּראָפעסאָר גאַבי וויינרייך ענטפערט דעם רעדאַקטאָר פון אַלגעמיינעם זשורנאַל אויף זיין לייט-אַרטיקל וואָס איז דערשינען אין פאַראַכטאָגיקן נומער. אינעם לייט-אַרטיקל האָט דער רעדאַקטאָר געבעטן ביי פּראָפעסאָר וויינרייך, ער זאָל פאַרריכטן דעם מוראדיקן פלעק וואָס פאַלט איצט אויפן גאָלדענעם נאָמען “וויינרייך” בפרט און אויף דער גאַנצער וועלטלעכער אידישיסטישער באַוועגונג בכלל, ער זאָל אַריין אין אַ שוהל און כאַפּן אַ שמועס מיט אַ בן תורה, מיט אַ איד אָנגזאַפּט מיט אמתע תורה אידישקייט, אַז ער קען עס נאָך אַלץ פאַרריכטן צו זיינע אַכציק יאָר, זיך אָפּזאָגן פונעם שמד און זיך אומקערן צו זיין פאָלק, וואָס וואַרט אויף אים מיט אָפענע הענט און מיט אַן אָפענעם האַרץ.

פּראָפעסאָר וויינרייכס רעאַקציע:

יום שני, י”ט באדר א’ תשס”ח

זייער חשובער פריינט יעקבסאָן,

ראשית כל, אַ דאַנק אייך אַ גרויסן פאַר אייער עפנטלעכן בריוו צו מיר אינעם “אַלגעמיינעם זשורנאַל” פון ט”ז אדר א’. איך דאַנק אייך ספּעציעל פאַרן איידעלן טאָן. אַן אַנדערער אויף אייער אָרט וואָלט דאָך געקענט מיך אָפּשילטן אָן אַן עק. סוף-כל-סוף, אַזוי רעדט מען דאָך אָפט מיט משומדים!

והשנית, ווי אייך צו ענטפערן איז מיר דורכאויס ניט קלאָר, צוליב דעם וואָס אין אַ סך פּרטים בין איך אַבסאָלוט מסכים מיט אייך. אין די דאָזיקע פּרטים וואָלט איר זיך באַדאַרפט ווענדן צו מיין טאַטן ע”ה, וואָס האָט טאַקע כסדר געפּריידיקט אַז דער סאַמע תוך פון זיין אַ איד איז די אידישע שפּראַך וואָס מיר האָבן אין מויל. און דאָך מוז איך זיך דאָ איינשטעלן פאַר אים אויכעט: איך בין געווען אַ יונג בחורל פון עלף יאָר אַז די מלחמה האָט זיך אויסגעבראָכן, אָבער מיין איינדרוק פון יענע צייטן איז געווען (און בלייבט נאָך היינט) אַז אונדזער וועלטלעכע קולטור איז געווען אַ ברייטע, א גרויסע, און אַ שטאַרקע; אַז מיר קינדער וואַקסן אויס מיט אַ טיפער איבערגעגעבנקייט צו אונדזער ליטעראַטור, טעאַטער, געשיכטע, און קולטור; און אַז קיין משומדים האָדעווען מיר לגמרי ניט. פאַרשטייט זיך אַז אפּיקורסים זיינען מיר געווען אַלע, און אַז דאָס וואָס האָט זיך ביי אונדז גערופן “רעליגיע” האָט אין אונדזער לעבן ניט פאַרנומען קיין ספּעציעל בכבודיקן אָרט.

אָבער מכח אייער טענה אַז וועלטלעכע אידישע קולטור האָט אין זיך ניט די פּאָטענץ זיך צו האַלטן ביים לעבן, דאָס איז אַ לויטערער אמת היינט צו טאָג אין אַמעריקע, אָבער ניט (אַזוי דוכט זיך מיר) אינעם פאר-מלחמהדיקן פּוילן. ממילא, דוכט זיך מיר, געהערט די טענה ניט אויף מיין טאַטנס חשבון נאָר אויף היטלערס ימ”ש.

צו דעם מוז איך אויך צוגעבן, אַז די לעצטע יאָרן פון זיין לעבן האָט זיך דער טאַטע אויך אָפּגעקערט פון דער אַדמיניסטראַטיווער ייוואָ-אַרבעט און זיך גענומען צוריק צו זיין “געשיכטע פון דער אידישער שפּראך”, וואָס דאָס איז מער אַן עובדא פאַר קומעדיקע דורות. (אויב איר ווילט, קענט איר צוגעבן “להבדיל”, אָבער איך וועל דאָס ניט טאָן.)

והשלישית, דאָס וואָס אָנבאַלאַנגט מיר אַליין: צוליב דעם וואָס אייער אַרטיקל איז געווען אַזוי אויסערגעוויינלעך איידל, וועל איך אייך פּרואוון ענטפערן פּונקט אַזוי אויפריכטיק. יאָ, איך בין אַ קריסט, און דערצו אַן עפּיסקאָפּאַלישער גלח. ניט נאָר פאַרלייקן איך עס ניט, איך האָב אַפילו פאַרעפנטלעכט אַ בוך (איר דערמאָנט עס אין אייער אַרטיקל: “קאָנפעשאָנס אָוו אַ דזשואיש פּריסט”) וואָס איז ניט נאָר אַן אויטאָביאָגראַפיע נאָר א פּרואוו צו דערקלערן מיין לעבן און מיין אמונה פאַר אַ פאַראינטערעסירטן לייענער. אָבער קיין מיסיאָנער בין איך בפירוש ניט. מיין וועג איז אַ שווערער, פּונקט ווי אַיעדער אידנס וועג איז אַ שווערער; אָבער לפי דעתי בין איך אַ דינער פונעם זעלביקן איינציקן אמתן באשעפער וואָס איר, און איך גלויב באמונה שלמה אז הקב”ה שעפּט פּונקט אַזויפיל נחת פון אונדז ביידן.

מיט האַרציקע גרוסן,

גבריאל (גאַבי) וויינרייך
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".Posted on March 12, 2008

Previous post Next post
Up