אַ טשיקאַווער אַרטיקל

Mar 09, 2008 21:52



עס איז נישט צו שפּעט, גבריאל וויינרייך! מיין מיינונג
יוסף יצחק יעקבסאָן




אויפן בילד: פּראָפעסאָר גבריאל (גאַבי) וויינרייך. אויבן לינקס זעט מען אַ בילד פון ד"ר צמח שאַבאַד, דער באַוואוסטער דאָקטאָר פון ווילנע, האַלטנדיק זיינע צוויי אייניקלעך אויף זיין שויס, אוריאל ע"ה און גבריאל וויינרייך, די צוויי זין פון מאַקס וויינרייך, דער באַרימטער אידישער פילאָלאָג און גרינדער פון "ייוואָ" אין ווילנע און אין ניו יאָרק.

אַזוי ווי אַ סך לייענער פון דעם אַלגעמיינעם זשורנאַל האָב איך אויך אַראָפּגעלאָזן אַ טרער, לייענענדיק אויף זייט דריי פון דעם לעצטן נומער, אַז "די לערער און סטודענטן פון ווילנער אידישן אינסטיטוט ביים ווילנער אוניווערסיטעט ווינטשן דעם וועלט=באַוואוסטן פיזיקער, לערער, פאָרשער, קולטור=היסטאָריקער פון דער אַמאָליקער ווילנע, דעם טייערן, איבערגעגעבענעם ווילנער, פּראָפעסאָר גבריאל (גאַבי) וויינרייך (טשעלסי, מישיגן, פאַראייניקטע שטאַטן), מזל טוב, צו זיין ווערן אַ בן שמונים".
הלמאי? מה רעש אַז מען באַגריסט אַ איד אַ בן שמונים? פאַרגין איך דען נישט אַ ברכה מעומקא דליבא צו אַן עלטערן אידן?

די מעשה איז, אַז גבריאל וויינרייך איז נישט גלאַט אַ פּראָפעסאָר און אַ וויסנשאַפטסמאַן וועלכער איז אין אַ מזלדיקער שעה געוואָרן אַ בן שמונים. ער איז אויך אַ... משומד, ולא זו בלבד, ער איז אויך אַ גלח.

מיט דער טראַגישער געשיכטע פון גבריאל וויינרייך האָב איך זיך באַקענט ווען ער האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק אַרויסגעלאָזן אַ בוך וועגן זיין לעבן, "אַ וידוי פון אַן אידישן גלח". דער גלח-פּראָפעסאָר האָט מיר אַריינגעשיקט אַן עקזעמפּלאַר פון זיין בוך - אויפן דעקל פון דעם בוך איז דאָ אַ בילד פון אַ קליינעם מגן דוד און להבדיל אַ גרויסן צלם - און כ'האָב עס דורכגעלייענט.

בקיצור אַ מעשה: גבריאל וויינרייך, היינט אַ פּענסיאָנירטער פּראָפעסאָר פון וויסנשאַפט אין מישיגען, איז דער זון פונעם גרויסן אידישן שפּראַך-קענער און מיט-גרינדער פון "ייוואָ" (דער אידישער וויסנשאַפטלעכער אינסטיטוט), מאַקס וויינרייך (1893-1969). מאַקס, וועלכער האָט מיט-געגרינדעט דעם ייוואָ אין 1925 אין ווילנע און דערנאָך עס אַריבערגעפירט אין 1940 קיין ניו יאָרק, איז געווען איינער פון די באַרימטע אידישיסטן פון לעצטן דור, אַ געניאַלער פילאָלאָג און פאָרשער, און אַליין אַ בונדיסט. ער איז געווען אַן איידעם פון דעם באַוואוסטן ווילנער דאָקטער, ד"ר צמח שאַבאַד (וועמענס טאָכטער רעגינע האָט חתונה געהאַט מיט מאַקס), און אין 1925 האָט ד"ר שאַבאַד שטאַרק געהאָלפן זיין איידעם אויפשטעלן אין ווילנע דעם אידישן וויסנשאַפטלעכן אינסטיטוט. דער סאַמע ערשטער ייוואָ אין ווילנע איז געווען אין ד"ר וויינרייכס דירה.

גבריאל איז אויך אַ ברודער פון אוריאל וויינרייך ע"ה (1926-1967), דער מחבר פון דעם באַרימטן אידיש-ענגלישן, ענגליש-אידישן ווערטערבוך, וועלכער איז אויך געווען אַ וועלט באַרימטער לינגוויסט אין קאָלאָמביע אוניווערסיטעט. גבריאל האָט זיך געהאָדעוועט אין ווילנע, אין אַן אומגעבונג וואו מ'האָט איינגעאָטעמט די אידישע שפּראַך און איר קולטור; געקומען איז ער אין אַמעריקע אין עלטער פון צוועלף יאָר.

טאָ פאַרוואָס איז דער אינגערער זון פונעם גרינדער פון דער "ייוואָ" געוואָרן אַ גלח?

אין אונדזער לאַנגער היסטאָריע האָבן נישט אויסגעפעלט קיין משומדים. עס זיינען געווען אידן וועלכע האָבן זיך געשמדט מחמת אונס, צו ראַטעווען זיך פון טויט אָדער גרויזאַמע יסורים; עס זיינען געווען משומדים וועלכע זיינען געלאָפן צו די קריסטן כדי צו לעבן אַ גרינגערן לעבן, דערגרייכן העכערע שטאַפּלען אין זייערע קאַריערעס און ווערן טייל פון דער ברייטערער קולטור (דער דייטשישער משומד און פּאָעט היינריך היינע האָט געזאָגט אַז שמד איז דער אַריינגאַנג-טויער צום דייטשישן אוניווערסיטעט און קולטור), און עס זיינען געווען אידן וועלכע האָבן זיך געשמדט מחמת זיי האָבן גאָרנישט געוואוסט וועגן זייער אָפּשטאַם און האָבן זיך געלאָזט איינריידן אַז אין נצרות וועלן זיי געפינען זייער שמחת החיים.

אָבער גבריאל וויינרייך האָט זיך געשמדט אין דער דעמאָקראַטישער, פרייער אַמעריקע, נישט צוליב אונס, נישט צוליב פּרנסה, און נישט ווייל ער האָט גאָרנישט געוואוסט וועגן אידן אָדער אידישקייט. אדרבה, זיין פאָטער איז געווען פון די גרעסטע אידישע פילאָלאָגן און קולטור טרעגער! טאָ וואָס האָט באַוואויגן זיין זון, אַ דערפאָלגרייכער פיזיקער, צו פאַרלאָזן די אידישע אמונה?

הערט זיך צו צו זיין טראַגיש-שטוינענדיקן ענטפער אין זיין בוך: דער וועלטלעכער אידישיזם פון די וויינרייכס איז פאַר גבריאל געווען פּוסט אין זין פון גייסטיקן תוכן; זיין נשמה האָט געלעכצט נאָך אַ רוחניותדיקן באַדייט אין לעבן. ער האָט סוף כל סוף געפונען זיין "תיקון" אין קריסטנטום און אין דער עפּיסקאָפּאַלישער קירך פון אַמעריקע.

מיר מוזן זיך צוהערן צו דער טענה פון גבריאל וויינרייך, ווייל אין דעם ליגט, לויט מיין מיינונג, די עיקרדיקע סיבה אויף דער גסיסה פון דעם וועלטלעכן אידישיזם. אָט האָט איר אַ זון פון איינעם פון די פירנדיקע אידישיסטן פון זיין דור וועלכער האָט זיך געשמדט צום קריסטנטום, נישט אין די שווערע יאָרן פון רדיפות און גזירות אין אייראָפּע, נאָר דווקא אין דער דעמאָקראַטישער אַמעריקע וואו אידן און אידישקייט בליען. פאַרוואָס? ווייל אין דעם אידישיזם נוסח וויינרייך האָט ער נישט געפונען עפּעס וואָס קען אָנפילן זיין לעבן מיט אַ גייסטיקן אינהאַלט.

מאַקס וויינרייך און די טויזנטער אידישיסטן פון זיין דור האָבן בטעות געגלייבט אַז די אידישע שפּראַך אַליין איז מסוגל צו אינספּירירן אַ יונגן דור צו לייענען, שטודירן, פאַרטיפן זיך אין דער שפּראַך און איר רייכער ליטעראַטור, דראַמאַטישע היסטאָריע און שעפערישע קולטור. (כאַראַקטעריסטיש איז דער פאַקט, אַז אין זיין צוואה האָט מאַקס אָנגעזאָגט אַז אַ רב זאָל נישט אָנפירן מיט זיין לוויה...)

אָבער עס איז נישט געשען. דער נייער דור אַמעריקאַנער אידן, קינדער, אייניקלעך און אוראייניקלעך פון די אימיגראַנטן פון מזרח אייראָפּע, האָבן פאַרנאַכלעסיקט אידיש. די צייטונגען, אידישע שולעס, קולטור-צענטערס, קלובן און טעאַטערס, האָבן זיך געשלאָסן איינע נאָך די אַנדערע. אַ יאָרהונדערט פון טאַלאַנט איז געקומען צו אַ סוף און ניט קוקנדיק אויף די באַמיאונגען פון חובבי אידיש איז אויפגעוואַקסן אַ דור אשר לא ידע את פּרץ.

די קולטור טרעגער פון דער וועלטלעכער אידישער געזעלשאַפט, די שרייבער און דיכטער, די לערער און דערציער, האָבן נישט איבערגעלאָזט אַ דור וואָס זאָל ציען די קייט פון דער אידישער קולטור און פון דער אידישער שפּראַך. איך באַגעגן אָפט די קינדער און אייניקלעך פון די אידישע קולטור טרעגער, פון די אידישע שרייבער און זשורנאַליסטן, וואָס קענען נישט דעם פּשוטן אלף-בית. די מערסטע פון זיי זיינען אַוועק פון אידישקייט, און אויך פון דער אידישער שפּראַך און קולטור. עס קומט אויס זיך באַגעגענען מיט פּראָפעסאָרן און לערער אין אַמעריקע און קאַנאַדע, אַ סך מאָל זאָגן זיי אַז זיי זיינען קרובים פון אַ שרייבער און אַ דיכטער וואָס האָט געווירקט אין דעם פריערדיקן דור. אָבער קיין אידיש קענען זיי נישט. זיי זיינען עמי-הארצים אין די סאַמע יסודותדיקסטע אידייען פון אידישקייט. זיי קענען נישט אַ פּסוק חומש, ווער רעדט נאָך אַ מאמר חז"ל. זיי ווייסן נישט ווער איז געווען רש"י, דער רמב"ן אָדער דער ווילנער גאון. זיי ווייסן נישט דעם אונטערשייד צווישן רבי עקיבא אייגער און דער אריז"ל. אַ סך פון זיי זיינען פאַרהייראַט מיט נישט אידישע פרויען אָדער מענער. זיי זיינען לגמרי אַסימילירט.

די עלעמענטן צווישן דעם אידישן פאָלק וואָס האָבן געגלייבט אַז דורך דער אידישער קולטור און אַ סעקולערער וועלטלעכער השקפה און אויפפירונג וועט מען דערגרייכן די יוטאָפּיאַ און פאַרווירקלעכונג פון נאַציאָנאַלע אידישע ווערטן, האָבן אין דער פּראַקטיק נישט דערגרייכט זייער שטרעבונג. זיי זיינען אַוועק פון דער וועלט אַנטוישט. וואו איז די יוגנט פון דער וועלטלעכער אידישער קולטור? וואו זיינען די מאַסן אידישע מיידלעך און אינגלעך וואָס איר זעט אין סאַטמאַר, אין באָבאָוו, צי אין בעלז? דאָרט איז פאַראַן אַ יוגנט וואָס רעדט אויף אידיש, טראַכט אויף אידיש, וויינט אויף אידיש און לאַכט אויף אידיש, כאָטש אידיש איז ביי זיי נישט דאָס "איויבערשטע פון שטייסל", און מערסטע פון זיי זיינען אויסגעוואַקסן אָן שלום עליכם, אָן פּרצעס ווערק, אָן דעם אידישן טעאַטער. זיי ווייסן נישט ווער עס איז געווען אברהם רייזען, חיים זשיטלאָווסקי, איציק מאַנגער, אָדער חיים גראַדע.

פאַרוואָס איז דאָס געשען? מה בין בני לבן חמי?

דער ענטפער איז אַז אידיש אָן אידישקייט - אַ אידישקייט אָנגעפילט מיט נשמהדיקייט, גייסטיקייט, אמונה, שמחה, לימוד התורה, קיום המצוות, אַ אידישקייט וועלכע פילט אָן דעם טאָגטעגלעכן לעבן מיט אַן אינהאַלט פון קדושה און געטלעכקייט - איז ווי אַ קערפּער אָן אַ נשמה, ווי נאָטיצן פון אַ ניגון אָן דעם ניגון, ווי אַ מוזעאום אָן לעבעדיקע מענטשן, ווי אַ האַרץ אָן אַ דפק, ווי אַ מלבוש אָן אַ מענטש אינעווייניק אין בגד.

גבריאל וויינרייך איז אין דעם זין אַ "תינוק שנשבה". ער האָט זיך אויפגעהאָדעוועט אין דער אַמאָליקער ירושלים ד'ליטא, אָבער ער האָט קיינמאָל נישט טועם געווען די אינערלעכע נשמה פון יהדות - איר  ליבשאַפט צום באַשעפער, איר אמונה אַז אונדזער אוניווערס האָט אַ נשמה, איר מאָמענטן פון גליענדיקן עקסטאַז בעת אַ דאַוונען, איר געשמאַק אין אַן "אמן יהא שמיה רבא" און אין לייגן תפילין. פּראָפעסאָר וויינרייך האָט געוואוסט וועגן אַ אידיש וואָס איז צונויפגעשטעלט פון  ווערטער און זאַצן, נישט פון הערצער און מעלאָדיעס.

צו דעם חשובן פּראָפעסאָר גבריאל וויינרייך, ווענדן מיר זיך היינט מיט אַן עצה טובה: פון אייער טאַטנס וועגן און אייער מאַמעס וועגן, לכבוד אייערע אַלע אומגעקומענע קרובים אין אייראָפּע, פאַרן כבוד פון ייוואָ, צו אייער ווערן אַ בן שמונים, קומט צוריק צו אייער פאָלק! לאָזט ניט פאַר דער אייביקייט אַזאַ מיאוסן פלעק אויף אידיש און אויף דעם גאָלדענעם נאָמען "וויינרייך".

טייערער פּראָפעסאָר וויינרייך! גייט זשע אַריין אין אַ בית מדרש און כאַפּט אַ שמועס מיט אַ אידישן איד, וועמענס אידישקייט איז פול מיט נשמהדיקע עמקות, מיט גייסטיקייט און מיט קדושה. באַקענט זיך מיט אַ אידישקייט וואָס אייער ברודער און פאָטער האָבן ליידער נישט געוואוסט, מיט אידישקייט נוסח בעל שם טוב, נוסח אַ רבי לוי יצחק באַרדיטשעווער, אַ בעל התניא, און אַ רבי מענדל רימינאָווער. עס איז נישט צו שפּעט. רבי עקיבא איז געוואָרן אַ תלמיד חכם צו פערציק יאָר און איר קענט ווערן אַ תלמיד חכם צו אַכציק יאָר.

איך ווייס אַז איר רעכנט זיך נאָך היינט אַלס אַ שטאָלצער איד, איר רעדט אַ פלייסיקן אידיש און איר זאָגט דעם מזמור "ה' רועי לא אחסר" אויף אידיש... אָבער פּראָפעסאָר וויינרייך: אויב איר גלייבט אַז דער אייבערשטער האָט געגעבן אידן אַ תורה, ווייסט איר אַוודאי אַז תורה און אידישקייט זיינען נישט קיין שפּיל. במשך פון פיר טויזנט יאָר האָבן אידן זיך מוסר נפש געווען נישט צו דינען עבודה זרה. היינט איז אייער טאָג צו אַנטדעקן די אמתע, גייסטיקע אידישקייט, אַוועקוואַרפן די געטשקע פון שמד און דערקלערן אַז "ה' הוא האלקים".

דאַן וועט איר פאָרזעצן דינען דעם איינציקן אמתן באַשעפער, לאריכות ימים ושנים טובות.
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל". Posted on March 1, 2008

Previous post Next post
Up