דאָלוי פּאָליציי

Aug 13, 2014 11:03

В честь наступающего трехлетнего юбилея славного революционного движения "Оккупируй Уолл Стрит", активное участие в котором радикально и драматически неожиданно изменило мою жизнь, захотелось попытаться возродить давно забытое старое. А именно, традиции революционной еврейской поэзии. С поправкой на эстетику нового тысячелетия и в надежде, что народ воспрянет с новой силой. Надеюсь, что первые блины получились не комами, а какими-никакими зажигательными смесями с зарядом злобной иронии.

Переводы собственных стихов, сорри, делать не умею.

***

בין איך מיר אַ שטיין אַ קליינער,
פּראָסטער, שמוציקער, געמיינער.
אַלע פֿיזישע געזעצן פֿאָלג איך פֿרײַ.
דאָס גערויש אויף אינטערנעצן - פּלאַפּלערײַ.

בין איך מיר אַ יאַט אַ גראָבער, אָבער שלאַנק.
פֿלי איך, ליבע גוטס־און־האָבער, אינעם באַנק.
פֿלעכטן מיר אַ ליבע־דרײַעק, ווי אַ שאָס,
בין איך ליכטיק זיך מזווג מיטן גלאָז.

הפֿקר, האַ? האָט מײַן נסיעה נאָך אַ זין
קום זשע, טײַערע סטיכיִע פֿון בענזין!
טו זיך אויס און לאָמיר שפּילן -
פֿון דײַן שויס גיס אויס געפֿילן.

בין איך מיר אַ שטיין אַ קליינער,
פּראָסטער, שמוציקער, געמיינער.
פּלאַפּלערײַ געווען די הויכע ניט אומזיסט.
שפּילט זשע פֿרײַ אינמיטן רויכן, פֿײַער גיסט!

***

די הינט און הפֿקר איך באַגריס,
אַ וואַנדערער, ניט אַן אָראַטאָר.
נאָר בין איך, ווייס איך אויף געוויס,
אַ גילגול פֿון אַ גלאַדיאַטאָר.

דער גרויסער צירק פֿון בלוט און מי -
שלאָף עלנט. ליולינקע, די טורעמס.
אַספֿאַלט געמיטלעכער, גאַנצפֿרי,
און ים - ברענגט מיר די פֿרישע שטורעמס.

אויף טויט פֿאַרמאַטערט. אָט, אַ וואַנץ
קריכט אונטער, שטינקט און דראָט מיט קנסן.
רב קיסר, גיב איך דיר אַ טאַנץ!
דער קאָליזיי קוקט צו געלאַסן.

און אָט - אַ ביקסל. ציל און שיס.
אַפּלאָדיסמענטן. אַן אָראַטאָר.
און ווער איך ווידער, אויף געוויס,
אַ גילגול פֿון אַ גלאַדיאַטאָר.

***

צינד אָן, עסכאַטאָן,
די אוראַן־צענטריפֿוגעס,
כאָטש קומען שוין אָן
אין געצעלטן די וויוגעס.

אין כּעס ווער, המון,
ברען די געצן די גרינע,
שטיי אויף, זיך באַקרוין,
רײַס זיך אויף ווי אַ מינע!

גוד־בײַ, פֿעטער ס״ם,
אָפּגעפּגרטער אבֿר.
אויף וואָל־סטריט, אין כלאַם,
טאַנצן מיר אויף דײַן קבֿר.

מיר טרעטן אַרײַן
אין אַ וועלט אין אַ נײַער.
זאָל קומען דער תּלין -
עס ברענט שוין אַ פֿײַער!

Previous post Next post
Up