באריס קארלאוו ·
February 4 at 2:01pm ·
כ׳האָב ביי דיר איבערגעלאָזן
אַ שטיקל פון מיין האַרץ
קאַלטע ווינטן בייזלעך בלאָזן
און דער שניי ווערט שוואַרץ
שווערער ווינטער טוט נאָך האָפן
אַז באַלד געווינט ער אַלץ
נאָר עס שפּרינגען ווילד די סטראָפן
פון אַ צעבראָכן האַרץ
און ווען נייע פרילינג־שטראָמען
ברענגען דעם באַלאַנץ
ווערן וועט מסתם פון זאָמען
גראָד אַ האַרץ אַ גאַנצס
כ׳האָב ביי דיר איבערגעלאָזן
אַ שפּליטער פון מיין האַרץ,
ניט קיין שפּיצל, קיין קוריאָזל, -
אַ האַרץ אַ טיף פאַרפלאַנצטס.
·
February 2 at 7:38pm ·
באריס קארלאוו ·
January 29 at 11:41pm ·
אַ גרוס דיר, מאָסקווע ברייט און ווייט צעכראַסטעטע,
אינמיטן ווינטער כ׳טראָג דיר־צו אַ פרילינגדיקן גרוס
אין אָנבליק פון בנינים דיינע פרעך און גראָב פאַרקאַסטנטע
נעמט ווידער שלאָגן טיף אין מיר דער קינדערישער פּולס
און אויף די גאַסן דיינע ברייט און ווייט צעמאָסטענע
מיט געסלעך קרומע, ליקלעך טעמפּע אָן אַ שיעור
כ׳שפּאַן מונטער, כאָטש איעדער שפּאַן וועט קאָסטן מיר,
נאָר אויך מיין טראָט שענקט דיינע שנייען אַ צעפריר
זיי האָבן מיך דערקענט, פאַרברודיקטע סוגראָבעלעך
צעלאָזנדיק זיך ביסלעכווייז טראָץ אָנזאָג אויף די פרעסט
אַ שפּערל גריסט מיך יאָדערדיק באַהאַלטנדיק אין שנאָבעלע
אַ דאַרינק טרוקן צווייגעלע - אַ ציגל פאַר זיין נעסט.
- - -
און איך פאַרמאָג, קין הרע ניט,
שוין מערער ווי איין נעסט
ווייט פון דער שטאָט פאַרפראָרענער
וואו איך פלעג זיין אויף קעסט...
אין האַרצן פרילינג האָרעוועט,
אין קאָפּ - געדאַנקען־דריי
אונטער די פיס - אַלץ חרובער
דער סקריפּענדיקער שניי
·
January 24 at 12:05pm ·
שוין פון לאַנג - אַ נייע מאָדע
איז צו קעכלען לידער מאָדנע
וואָס מיר ליריק, עפּיק, אָדע?!
בילכער איז און מער לאַגאָדנע -
לידער אויסטערלישע, מאָדנע,...
אַבי שפּרינגען סאַמעראָדנע!
ווייל די צייט אַליין איז טשודנע
ווערן גראַמען שוואַך און נודנע;
סיידן פלעכט מען זיי גאָר איבער
אין אַ וועלט פון מאָדנע לידער,
וואו די מאַסן אויף די גאַסן
זוכן אַלץ נייע משוגעתן...
זיצט ביי זיך גאַנץ שטיל דער גראַמער
און שיט מיט מאָדנע עפּיגראַמען
און צו־מאָל טוט ער אויסגראַבלען
עטלעכע גאַנץ מאָדנע פאַבלען,
עפנט אויף די וועלט די אויגן:
סאַראַ פּרעכטיק, עכטיק פּלאַפּלען!
ניט געשטויגן, ניט געפלויגן,
זאַמד גאָר שיט ער אין די אַפּלען!
דזשעז און בום און רעפּ מיט טראַסק!
מע גיט דער גרויסער וועלט, אַ פראַסק,
נאָר דער עולם טוט רק שטוינען
זיך באַלעקן אָן אַ שיעור...
סאַראַ וואונדערלעכע קונים,
וויי־צו־מיר!
·
January 24 at 2:28am ·
ס'טרעפט אַז אותיות ווערן... מענטשן!
אָט האָסטו אַליין דערקענט:
עס גייט אַ לאַנגער למד בענטשן
דעם גימלס גרויסע קרומע הענט.
און אָט: עס קייעט שטרוי אַ פיי -
אַ מענטש בצורת פערד
און עס שאַרעט שי"ן דעם שניי
וואָס פאַרדעקט צו דיק די ערד.
און אָט: אַ זי"ן מיט זיין שטעקל
שלאָגט דעם שטויב און דרייט דאָס עקל
(כאָטש ניט יעדערער דערזעט
אַז ס'איז דאָ ביי אים אַן עק).
און אָט: ס'פאָרט פאַרביי דער בית
נאָר דעם אמת מוז מען זאָגן -
פריילעך איז ער, גאָרניט בייז,
מערניט קו"ף אויף אים טוט קלאָגן!
רייד און קלאַנג קלינגט ביי זיי אַלע
פונקט ווי ס'פאַסט ביי לייט;
רק און בלויז דער שטומער אל"ף
שטייט עלנט ביי דער זייט -
אָפּגענומען אים דאָס לשון
האָט אַ רייש - אַ ווילדער רשע,
מוז ער נעבעך בלייבן שטום
הגם ער האָט פיל וואָס צו טון.
און דאָך, דער שטאָלצער שטומער אל״ף
ווערט ביי זיך גאָרניט געפאַלן...
--------
צום סוף זשע:
ווען דער מענטש ווערט שטום,
אויס - געלעכטער, דראַנג, מחלקות,
ווערט ער מגולגל אין צוויי אותיות -
אַ פאָר אותיעלעך:
פ"נ