(no subject)

Feb 23, 2017 23:34



Thursday, February 23, 2017

די לידער

די לידער
וועגן ליבע, וועגן לעבן, וועגן לידער
זיי אַלע
קלינגען און קלינגען און קלינגען

די קלאַנגען פון זייערע ליפן
הילכן, און זינגען
אַבי נאָר ניט כליפּען
וועגן ליבע, לעבן און לידער
און אויגן און אויערן
קלייבן און קלייבן און קלייבן
צונויפעט די קלאַנגען
אין זייערן עכאָ
אויף אַ רגע
פאַרצויבערט
געפאַנגען
געפנאַגען ניט מער --
אויף אַ רגע
און באַלד זיך קערנדיק ווידער
פאַרגעסן גלייך אַלץ
איבער טעגלעכן פיבער
פאַרטאָן און פאַרליאַפּעט
מיט לייב און מיט האַרץ --
אין ליבע,
אין לעבן,
אין לידער

ס'איז ווידער שפּעט

ס'איז ווידער שפּעט,
נאָר ניט פאַרשפּעטיקט
דער טרוים
די צערטלעכע
עסטעטיק.
ר'וויל גובר זיין
אי צייט,
אי רוים...

צו אַל די רוחות -
די פּאַטעטיק!
הילכט אויס
שאַרף ציכטיק
די פּאָעטיק.

ס'איז שפּעטלעך,
אָבער ניט פאַרשפּעטיקט...
?ניט שוין



Posted by elabrek at 8:02 AM

Wednesday, February 22, 2017

יאָיק

יאָיק
זינג זשע דיין יאָיק
פון ברייטע, פאַרשנייטע
רוימען און צייטן
געכאָוועט אין ווייסקייט
דעם נעכטנס געוויין
וואָס איז דאָאיק און רוי
זינג זשע דיין יאָיק
פון ווינטן וואָס ווייען
פּאַזע אייזבערגלעך
מיט שנייאיקע קרוינען
דערמאָן אויך דעם טרוים
דעם צאַפּל פון פרוי
זינג זשע דיין יאָיק
פון אָפּגאַנג דעם לאַנגן
פון נאַכטישן גלות...
פרעסט דער וואָלף אויפעט
דעם צאַרט שטאָלצן הירש
און דעם שניי בלוט באַטויט
זינג אויס דיין יאָיק

Posted by elabrek at 6:42 PM

Tuesday, February 21, 2017

אָפּגעריסן בלעטל

ווען ניט דיין קול
מיט דיין געלעכטער
אינעם טרייבל
וואָלט אומגעהייער שווער
געווען פון דיר
אַזוי דערווייטיקט
בלייבן
אַ בלעטל
פון איר צווייגל
אָפּגעריסן
קאָן פאָרט
פון אַזאַ ראָסקאָש
ניט געניסן -
אָן האָפענונג אַ ברעקל
צו דערהערן
איר צווייגלס לויטער קול
דעם עכטן,
איר האַרציק נאָענטן
געלכטער




Posted by elabrek at 8:41 PM
Previous post Next post
Up