(no subject)

Feb 12, 2017 20:54



Monday, December 26, 2016

פאַר וועמען פאַרשרייב איך




פאַר וועמען פאַרשרייב איךמיינע יידישע לידער?י

פאַר די כמאַרעס פון אויבן,
פאַר דעם טאָל אין דער נידער.

פאַר דעם מונטערן עכאָ
וואָס האַלט אין איין טענהן:
מה שמך? מה שמך? מה שמך?

דהיינו?!

דהיינו, פאַר דיר
און פאַר מיר אויך, אוודאי,
כ'פאַרשרייב און שריי אויס זיי
גאַנץ שטיל -

די פּלעיאַדע
זאָל ניט ווערן פאַרשעמט
דורך מיין שפּיל
כלא־ידע

בעת זיי אין די הייכן די ווייטע
אויף שפּיצן
פון בערג אויף פּלאַנעטן
דערווייטיקטע זיצן

און מאָנען, דערמאָנען,
די שיער פאַרגעסענע פריצים,
שעפּטשענדיק הויך
אין חלל פון קאָסמאָס:

אַנו, ברענג אַריבער
מיט ניגון, אָן חכמות -
נייע יידישע לידער
מיט אונדזערע אותיות!

ווייל סע פעלט זיי צום כריין
נאָך א ביסל חרוסת...

פאַרהויבסטו די ברעמען
פרעגסט אַלץ ווייטער "פאַר וועמען"?
און דער לוסטיקער עכאָ
מיט דיר טוט זיך שעמען...

"יונג יידיש"




ס'איז שווער צו בלייבן יונג אויף אייביק

אפילו אויף אַ קורצן אייביק

דער וואָס אין דויער אירער ז'גלייביק

פון בראַווער יוגנט שטאַרק און לייביק

עס ווערן אויך ביי אים דערווייליק

די ציין זיינע אי טעמפּ אי אייליק

די יוגנט לויפט אַוועק קורצווייליק

ביז ער פאַרשטייט שוין ווי קורצזיכטיק

ז'געווען זיין קוק אויף אַלץ וואָס ליכטיקט

מיט אָפּגלאַנץ גיכן וואָס לויפט פארבייאיק

אַוועק פון אַלץ וואָס איז כדאַיק

צו עכטער שטילקייט וואָס בלייבט אומשרייאיק

פאַרבלייבט לדורות שטאַרק און גלייביק

ס'איז שווער צו בלייבן יונג אויף אייביק

אפילו אויף אַ קורצן אייביק



ווילסט זיין א וועווריק




ווילסט זיין אַ וועווריק - מיט די ניס זיך נערן

און שפּרינגען־פליען צווישן צווייגן פון אַ בוים,י

און אַלץ וואס טוט צו אים, דעם בוים, געהערן

זאָל זיין פאַר דיר פון וואָרצלען ביז דער קרוין.י

דיין פוטערן וויידל זאָל דער וועלט דערקלערן

אַז דו טוסט הערשן איבער קערעלעך און ניס;י

דער צווייגנציטער אונטער הימלס שטערן

באַלאַנגט אויך דיר אוודאי, אויף געוויס.י

דעם פויגלס זיסן ליד האָסט האָלט צו הערן,י

נעמסט איין די שאָרכעניש פון וואַלד־און־פעלד...י

די שטאַרקע וועלף? מגושמדיקע בערן?י

דאס צוויטשער־ליד איז ניט פאַר זיי געטרעלט!י

אַ וועווריק ביסט,י

פון שפּרינג־און־פלי דער מייסטער

באַגייסטערט פון אַיעטווידן סעזאָן

גלייך ער זאָל זיין די מאָדע נייסטע
שבנייסטע,ח

שוין לאַנג פאַרגרייט פאַר דיר

פון סאַמע בראשית אָן.י

ניט) געפערלעך)

דו זאָגסט ס'איז ניט געפערלעך
וואָס אונדזער ליבע טויט איז.
שטיל אָפּגעשלונגען פּערלעך,
דער בליק איז כלומרשט לויטער...
צי זאָל דען, ביטער שווערלעך,
די ריינקייט ווערן קויטיק -
כל־זמן זי אומאויפהערלעך
אַלץ ריזלט, צאַפּלט, ברויזיקט?
זיך טרייסטן, שלינגען טרערלעך?!..
ניין, ס'טאַקע ניט געפערלעך -

מערניט ווי מעשה חוזק -
זי בליט און בלוטיקט הערלעך!
ס'געזאַנג - אי שטאָלץ, אי רויטיק
ווי בלום, ווי פלאַם, ווי בערלעך,
ווי בלוט וואָס שלאָגט און דופקט
אין ליבע וואָס ניט טויט איז!
לאָמיר זיך איבערזעצן



Dov-Ber Kerler

9 hrs ·

לאָמיר זיך איבערזעצן
קויפן ווערטערביכער
איך וועל דיך פאַרטייטשן
און דו - מיך "איבערפירן"
מ'עט אונדז אויף גויאיש שעצן
גלעטן מיט לאַנגע בייטשן
רמזימלעך אויסקוועטשן
אויסזוכן טיפע טייטשן
לאָמיר זיך איבערזעצן
אויף עפּעס אַן אנדער לשון
צעבייטן אויף ספּאַגעטי
אונדזער יויך מיט לאָקשן
וועט מען אונדז פּאַכוואַליען
די גרעסטע וועלט מבינים
פון כלערליי מאָדע־כוואַליעס
פון שטראָמען מכל־המינים
נאָר בראָק מיך, שלאָג מיך, הרגע
טאָמער גיב איך זיך אונטער
אפילו דעם בעסטן מתרגם
כל־זמן איך בין נאָך מונטער
ס'איז דאָ פאַרוואָס




באריס קארלאוו

November 29 at 2:23pm · Bloomington ·

ס'איז דאָ פאַרוואָס
ס'איז דאָ פאַר וועמען
אָן שום פאַרדראָס
פאַרהייב די ברעמען
אָן תוכחה, אָן האַרבע רייד...
עפן דאָס מויל
און אַלץ אַנטשייד.
גינגאָלד, קרישטויל
פערל און זילבער
צו רוחות אַלע לאָז
צו-רו. קלייב איבער
שטרענג, מיט מאָס
די זילבן.
גענוג אין שטותים
זיך צו גריבלען,
גענוג צו זוכן זכותים,
דו --
הער אויף זיך ספקן,
זיך שעמען;
מערניט אָן מקפן
אָן יענע
זינג אויס דער וועלטס אַיעטוויד אות:
ס'איז דאָ פאַרוואָס,
ס'איז דאָ פאַר וועמען
אָן מינדסטן ברעקעלע פאַרדראָס.
    Previous post Next post
    Up