דער זאפט פון בערעזע

Jul 31, 2019 23:14



מ. מאטוסאָװסקי
ארן װערגעליס

דער זאפט פון בערעזע

די פרישינקע ריטשקעלעך פליסן מיט קראפט,
פון אונטער דעם שנײ איז ארױס שױן דאָס גרעזל;
די בײמעלעך װײַסע - שױן נאסע פון זאפט,
דאָס װײנען בערעזעס, דאָס װײנען בערעזעס.

אױך פריִער די װעסנע - זי האָט מיך געפירט
אין פעלד װוּ ס׳איז פרײַער אין װאלד, װוּ ס׳איז בעסער.
די ערד, װי א מוטער, געפּאָיעט האָט מיך
מיט זאפט פון בערעזע, מיט זאפט פון בערעזע.

און איצטער, זיקאָרן, א כאָלעם דו שפּינסט,
ער װעט צו די הײמישע ברעגן אונדז ברענגען,
אױ פרעמדע מעקױמעס, באם הײמלאנד אף דינסט,
נאָך רוסלאנד מיר בענקען, נאָך רוסלאנד מיר בענקען.

די װײַסע בערעזעס, װאָס פינקלען פארשײט,
די סאָסנעס אין פעלד, װעלכע שטײען װי היטער, -
מיר װעלן צו זיי אין דער נאָענטער צײַט
זיך אומקערן װידער, זיך אומקערן װידער.

צעעפן זשע, הײמלאנד, די טירן פאר אונדז,
מיר האָבן דײַן לאסקע ביז הײַנט ניט פארגעסן, -
און פאָיע אונדז אָן, װי עס איז אונדזער װוּנטש,
מיט זאפט פון בערעזע, מיט זאפט פון בערעזע.

די פרישינקע ריטשקעלעך פליסן מיט קראפט,
פון אונטער דעם שנײ איז ארױם שױן דאָס גרעזל.
די בײמעלעך װײַסע - שױן נאסע פון זאפט,
דאָס װײנען בערעזעס, דאָס װײנען בערעזעס.

jidysz

Previous post Next post
Up