זאַמד און שטערן
שמעון פרוג 1860-1916
עס שײַנט די לבנה, עס גלאַנצן די שטערן.
די נאַכט שװעבט אױף בערג און אױף טאָל.
דאָס אַלטיטשקע ביכעלע ליגט פאַר מיר אָפן,
איך לײען עס, לײען עס טױזנטער מאָל.
איך לײען די הײליקע, טײַערע װערטער,
מיר הערט זיך אַ שטימע : "איך שװער-
מײַן פאָלק, דו װעסט זײַן װי די שטערן אין הימל,
װי זאַמד אױפן ברעג פונעם מער..."
ריבונו של עולם! עס
(
Read more... )