Oct 31, 2017 17:40
אזוי פיל זאכן אין דעם לעבן
געגעבן האסט מיר - אן א שיעור:
א וועג צו גיין, א ציל צו שטרעבן,
און אויך א היים וואס ווארט אויף מיר.
געגעבן מאגן און געדערים,
געגעבן טרוימען און באגער,
געגעבן שונאים און חברים
און אויכעט - א מאשין-געווער.
צו זיין א אידן - לשמונה נמול -
צו דינען דיר האסט מיר באשערט,
געגעבן האסטו מיר דעם הימל,
געגעבן האסטו מיר די ערד.
די אוצרות גאלד גאר טיף באגראבן,
דאס ריינסטע - זיבן מאל געזיפט,
די זיסע גליק פון ליב צו האבן,
די זיסע גליק פון זיין באליבט.