א בלעטל אין ווינט

Jul 27, 2017 14:29


א בלעטל אין ווינט

דאס לעבן פארפליט ווי א בלעטל אין ווינט,
דאס לעבן פארגייט ווי א טרער פון א קינד,
צעפאלט זיך, צעגייט זיך, צעלאזט זיך און רינט,
און ווערט אויסגעמעקט ווי צעגאסענע טינט.

די נעכט זיינען טויב און די טעג זענען בלינד,
עס ברומט נישט קיין לייב, נאר עס בילן די הינט,
ווערט קאלטער א מצוה, ווערט מיאוס א זינד,
דאס לעבן פארפליט ווי א בלעטל אין ווינט.
Previous post Next post
Up