Jul 25, 2006 23:11
מיר זײַנען פֿון דעם זעלבן שורש אויפֿגעשטאַנען
און נאָנטע נעמען טראָגן מיר דורך הבֿל־ההבֿלים
נאָר פֿריער און ביז איצט דאָס מיר'ן ניט פֿאַרשטאַנען
באַצויבערטע, מיר וואַרטן אויפֿן פּרינץ פֿון די משלים
באַגעגענישן קורצע - טיפֿע שפּורן אין די הערצער
וואָס האָבן אויסגעהונגערט זיך נאָך וויכטיקע און פּראָסטע זאַכן
מײַן פֿרײַנד, מײַן טײַערער, די צײַטן זײַנען שוין געוואָרן קירצער
שוין דאַרפֿן מיר דעם תּשליך אויפֿן לעבנסטײַכל מאַכן
Published in דער נײַער פרײַנד
2006 #1 (2)
поэзия,
yiddish poetry,
klezmer