Продоложение. Начало
тут האָב איך דיך, טאַטע, געפֿרעגט צװײ קשיות.
ד י ד ר י ט ע ק ש י ה װעל איך דיך פֿרעגן:
פֿאַר װאָס האָסטו אונדז געלערנט אַלע לשונות, אַלטע און נײַע, נאָר
אײן שפּראַך האָסטו פֿאַרגעסן אונדז לערנען ― אונדזער אײגענע ייִדישע
שפּראַך?... די שפּראַך, װאָס אַף איר איז געשריבן די תּורה, די שפּראַך,
װאָס אַף איר האָבן גערעדט די נבֿיאים, די שפּראַך, װאָס אַף איר איז
פֿאַראַן, זאָגט מען, אַ גרױסע, אַ רײַכע, אַ שײנע ליטעראַטור?
פֿאַר װאָס האָבן מיר אױסגעחזרט די היסטאָריע פֿון אַלע פֿעלקער,
די אַלטע און די נײַע, נאָר די היסטאָריע פֿון אײן פֿאָלק האָבן מיר דורכ־
געלאָזט ― די היסטאָריע פֿון אונדזער אײגן ייִדיש פֿאָלק?
פֿאַר װאָס זײַנען מיר קלאָר אין דער געאָגראַפֿיע פֿון דער גאַנצער
װעלט, נאָר די געאָגראַפֿיע פֿון ארץ־ישׂראל איז אונדז פֿרעמד?
פֿאַר װאָס זײַנען מיר קלאָר אַף אױסװײניק מיט אַלע פּישטשעװקעס,
אין װאָסער אַ יאָר איז געװען גאַסטיאַג און גאַרפּאַג און קאַמביז און
דאַרי היסטאַספּ און איװאַן קאַליטאַ, און מיר הײבן נישט אָן צו װיסן,
װען איז געװען עזראַ, און װען איז געװען יהודה המכבי?
פֿאַר װאָס װײסן מיר, װער איז געװען פּושקין, לערמאָנטאָװ, גאָגאָל,
גאָרקי און טאָלסטאָי, און הײבן נישט אָן צו װיסן, װער איז געװען
יהודה הלױ, לעװינזאָן, לעװאַנדאַ, גאָרדאָן, אַבראַמאָװיטש?
פֿאַר װאָס װײס באַ אונדז אַ מינדסט קינד, װאָס פֿאַר אַ יום־טובֿ
איז „מאַסלעניצאַ“, און אַז עס קומט צו אונדזער חנוכּה, איז ער נישט
קײן היגער?
האָב איך דיך, טאַטע, געפֿרעגט דרײַ קשיות.
ד י פֿ ע ר ט ע ק ש י ה װעל איך דיך פֿרעגן:
פֿאַר װאָס איז באַ דיר איװאַן איװאַנאָװיטש אַזױ טײַער, און רב
יענקל אַזױ װאָלװל?
פֿאַר װאָס קלינגט־אָן איװאַן איװאַנאָװיטש באַ אונדז גלײַך אין דער
פֿאָדערשטער טיר, און רב יענקל גײט אַף דער הינטער־טיר?
פֿאַר װאָס, אַז עם קומט אַרײַן צו אונדז איװאַן איװאַנאָװיטש,
װערט אַ האַרמידער, אַ גערוקערײ פֿון בענקלעך, אַלע לױפֿן אים אַקעגן,
מע װײס ניט װוּ אים אַנידערצוזעצן, און רב יענקל, אַז ער קומט אַרײַן,
שטײט ער באַ דער טיר און האָט מורא, טאָמער װעט מען אים ניט אַזױ
אױפֿנעמען?
פֿאַר װאָס, אַז איװאַן איװאַנאָװיטש קרימט זיך נאָך, װי אַזױ אַ ייִד
האָט מורא פֿאַר אַ ביקס און זאָגט: „אַי־װײ־מיר! שטרעליאַיעט!“, קאַ־
טשען מיר זיך אַלע פֿאַר געלעכטער, און אַז יענקל װיל עפּעס דערצײלן,
קוקט ער פֿריִער אין די אױגן אַרײַן, צי מען איז אױפֿגעלעגט אים האָרכן?
פֿאַר װאָס האָט איװאַן איװאַנאָװיטש אַ העזה צוצוגײן גלײַך צו
מײַן שװעסטער מאַטילדע, איר געבן אַ קניפּ אין בעקל און מאַכן איר
װאָס פֿאַר אַ קאָמפּלימענט ער װיל, און אַז רב יענקל האָט זיך אײנמאָל
אַרױסגעכאַפּט מיט אַ װאָרט, אַז מאַטילדע איז אַ פֿײַנע בתולה, האָט
אים די מאַמע אָפּגעשאָטן מיט פֿײַער: „פֿי, זשידאָװשטשינאַ! װאָס איז
דאָס פֿאַר אַ נאָמען ב ת ו ל ה?“...
פֿאַר װאָס, אַז דער רוסישער לערער קומט צו גײן צו אונדז לערנען,
האָבן מיר פֿאַר אים דרך־ארץ, גיבן אים אָפּ כּבֿוד און האָבן מורא פֿאַר אַ
בײזן קוק, און אַז אונדזער ייִדישער „רבי“ קומט צו גײן אײן מאָל אין
װאָך פֿון יוצא װעגן לערנען מיט אונדז „סידור“, מאַכן מיר פֿון אים
חוזק, טרײַבן קאַטאָװעס, הערן אים, װי דעם קאָטער, באַהאַלטן אים דאָס
היטל אונטערן בעט, אָדער מיר פֿאַרװאַרפֿן אים די קאַלאָשן אַפֿן בױדעם?
פֿאַר װאָס שרײַבן מיר אױס אַלע יאָר די „ניװאַ“ מיטן „נאָװאָיע־
װרעמיאַ“, פֿאַרכאַפּן מיט אַ חודש פֿריִער, מיר זאָלן, חס ושלום, נישט
פֿאַרשפּעטיקן, און אַז מען האָט דיך אַ פֿרעג געטאָן עמעצער, למאַי דו
שרײַבסט נישט אױס דאָס ייִדישע בלאַט, האָסטו זיך געפֿונען װי באַ־
לײדיקט?...
פֿאַר װאָס קלינגט די װעלט מיט זײערע מחברים, מע שרײַבט װעגן
זײ גאַנצע ביכער, מע דרוקט זײערע בילדער, מע פֿײַערט זײערע יובילײען,
מע גיט־אַרױס זײערע ספֿרים, מע שטעלט זײ מאָנומענטן ― סע טוט זיך
חושך!... ― און צו אונדז איז אַרײַנגעקומען נישט לאַנג אַ ייִדישער
מחבר, האָסטו אים זײער פֿײַן אױפֿגענומען פֿון פֿאָרנט באַ דער טיר און
האָסט אים געזאָגט: „אַ נדבֿה קאָן איך אײַך געבן, און אײַער בוך באַ־
דאַרף איך ניט“?...
פֿאַר װאָס דרוקט מען אַזױ אָפֿט אַף די בלעטער דײַנע נדבֿות מיט
דײַנע נדרים מיט דײַנע נישט־ייִדישע סטיפּענדיעס, װאָס דו שענקסט,
און מע הערט עפּעס ניט, דו זאָלסט מנדר זײַן אַף אַ ייִדישע זאַך?
פֿאַר װאָס ברענגט זיך אױס די מאַמע אַף אַלע זײערע בעלער, און
אַז עס קומט צו דער ייִדישער תּלמוד־תּורה, זאָגט זי, אַז ס'איז נישט
אױסצושטײן פֿון די ייִדן, װי זײ שלעפּן?
פֿאַר װאָס האָסטו מיר אַ נאָמען געגעבן „אַלקיװיאַד“, ניט „עקיבאַ“,
װי איך הײס באמת נאָכן זײדן עקיבֿא? מיט װאָס איז אַלקיװיאַד געװען
אַ שענענער מענטש פֿון אונדזער גרױסן געלערנטן רבי עקיבאַ?
פֿאַר װאָס טאַנצט מײַן שװעסטער קלאַראַ אַף אַלע יאָלקעס, אַז איך
האָב אַלײן װיפֿל מאָל געהערט, אַז מע רופֿט זי הינטער די אױגן „כאַיקאַ“
און „זשידאָװקאַ“?...
פֿאַרװאָס מישן זיך מאָטל דער שנײַדער, בערל דער שוסטער און
חײם דער סטאָלער דאָרט, װוּ מע דאַרף נישט, און נעמען זיך אָן י ע ־
נ ע מ ס קריװדע, אַז י ע נ ע ר בעט זײ ניט, אַז יענער איז גרײט
אַלע מאָל מיט אַ שטעקן זײ װײַזן דעם רעכטן װעג?...
פֿאַר װאָס, און פֿאַר װאָס, און פֿאַר װאָס, און פֿאַר װאָס?
האָב איך דיך שױן, טאַטע, געפֿרעגט אַלע פֿיר קשיות.
אַצינד בעט איך דיך, דו זאָלסט מיר ענטפֿערן אַ תירוץ אַף מײַנע
קשיות.
און אַז ד ו װעסט מיר ניט ענטפֿערן קײן תירוץ אַף מײַנע קשיות,
װעל א י ך דיר ענטפֿערן אַ תּירוץ:
ע ב ד י ם ה ייִ נ ו...
געשריבן אין יאָר 1902