Beauty is in the eyes of the beholder

Aug 24, 2015 09:51

Как по мне, так маме-лошн самый красивый, даже его венгерский диалект.
Ну, и песня, особенно к Элулу:

image Click to view





א שיינעם חלום האב איך געזען
אין ביהמ"ק בין איך געווען
כהנים זענען מקריב קרבנות
לויים זינגען שיר המעלות
משה רבינו האט געלערנט מיט די אבות
אין סנהדרין זיצט און הערט א דין תורה
אהרון הכהן צינדט אן די מנורה
און האט זעה איך א הערליכען געזיכט
עס שיינט זיין פנים מיט א ג-ט'ליכן ליכט
אויף זיין קאפ א גאלדענעם קרוין
איך דערקען עם שוין
דאס איז דער מלך המשיח
ער אליין
דער גאנצער עולם שטייט מיט מורא
ער איז מגלה סודות התורה
און פון שלאף האב איך זיך אויפגעכאפט...

פזמון:
נישט געדאגה'עט אידן
עס וועט שוין באלד קיין חלום
מער נישט זיין
א מינוט'קאלע געבליבען
משיח'ן מקבל פנים זיין
שיכור מיט פרייד געזונטערהייט
גייען מיר אלע אהיים
צוריק אין חדר גיין
מיט משה'ן אליין
אמן ואמן

א שיינעם חלום
האב איך געזען
אין ירושלים בין איך אנגעקומען
ער זאגט מיט פרייד ברוכים הבאים
דערלייבט צו זעהן דיין ליכטיגען פנים
איך האב געהאט אזוי פיל צער גידול בנים
כאטש דו האסט געוואנדערט טויזענטער יארן
ביסטו מיין טייער קינד
נאך שענער געווארן
און האט זעה איך מלאכים גיין
זיי פירן מיט א ניגון
דעם באשעפער אליין
געקומען אויף דער וועלט
א חופה האט מען געשטעלט
זיין ליבע כלה, אידן אלע
מקדש זיין
צדיקים טאנצן מיטן חתן
עס איז שוין גרייט סעודת לויתן
און פון שלאף האב איך זיך איופגעכפט...
source. по ссылке перевод на иврит

может aidishemame зайдет и укажет на ошибке в тексте.

songs, идиш, video

Previous post Next post
Up