Nov 29, 2009 14:39
פון אידערפרי ביז שפעט ביי נאכט
מ'לויפט, מ'דרייט זיך און מ'טראכט.
מ'טראכט אויסזוכענדיק דערין
די הויכע ציל, דעם טיפן זין,
דעם טעם, דעם תכלית און דעם צוועק,
און די באדייטונג אׇן אַן עק.
נאׇר פרי צי שפעט דער טאׇג פארגייט,
און גייט מען שלאׇפן שטילערהייט.