-
צו לייענען די לידער גיט א קוועטש אויפן בילד
תפילה בדרך
נאָך שחרית שלאָפן ערגעץ־וואו, כאָטש אויף אַ באַנק.
די וועגן פּלאָנטערן סיי זמנים סיי מנהגים,
נאָר גאָט איז דאָ. איז אין דער פרי כאָטש עפּעס זאָג אים.
אַניט, וועט דיר אַליין טאָן אומפאַרמיידלעך באַנג.
אַעראָפּלאַנען, טעקסיס, פיס און אייזנבאַנען
דערטראָגן תּמיד צו אַן אומדערוואַרטן ציל,
ווייל צילן זיינען אין דער וועלט פאַראַן צו פיל.
וואָס איז מיין ציל האָב איך דערווייל נאָך ניט פאַרשטאַנען.
אַ שמונה־עשרה שטיין אין מיטן נאָך אַ וועג?
און דעקלאַמירן דעם עלינו לשבּח?
נאָר ס'וועט דער שלאָף זיין מיך במילא מנצח,
און כ'וועל פאַרגעסן פון אַ ציל און פון אַ צוועק.
ירושלים תשע''א
צו לייענען די לידער גיט א קוועטש אויפן בילד