רחל קאׇרן לייענט איר באַרימט ליד -- פון יענער זייט ליד

Jun 03, 2009 00:46





רחל קאׇרן לייענט איר באַרימט ליד פון יענער זייט ליד

Rokhl Korn reading one of her much beloved poem, for an English translation by Irena Klepfish, please see: http://www.peoplespoetry.org/pdf/trib... for Korn's biography see: http://jwa.org/encyclopedia/article/k... website dedicated to her work: http://www.rachelkorn.com/rkorn.htm.

פון יענער זייט ליד

פון יענער זייט ליד איז אַ סאׇד פאַראַן
און אין סאׇד איז אַ הויז מיט אַ שטרויענעם דאַך
עס שטייען דריי סאׇסנעס און שווייגן זיך אויס,
דריי שומרים אויף שטענדיקער וואַך.

פון יענער זייט ליד איז אַ פויגל פאַראַן,
אַ פויגל ברוין־געל מיט אַ רויטלעכער ברוסט,
ער קומט דאׇרט צו־פליען יעדן ווינטער אויפסניי
און הענגט ווי אַ קנאׇספּ אויף דעם נאַקעטן קוסט.

פון יענער זייט ליד איז אַ סטעזשקע פאַראַן,
אַזוי שמאׇל און שאַרף, ווי דער דין־דינסטער שניט,
און עמעץ, וואׇס האׇט זיך פאַבלאׇנזשעט אין צייט,
גייט דאׇרט אום מיט שטילע און באׇרוועסע טריט.

פון יענער זייט ליד קענען וואונדער געשען
נאׇך היינט, אין אַ טאׇג, וואׇס איז כמאַרנע און גראׇ,
ווען ער דופקט אַריין אין דעם גלאׇז פון דער שויב
די צעפיבערטע בענקשאַפט פון אַ וואונדיקער שעה.

פון יענער זייט ליד קען מיין מאַמע אַרויס,
און שטיין אויף דער שוועל אַ וויילע פאַרטראכט
און מיך רופן אַהיים, ווי אַמאׇל, ווי אַמאׇל:
גענוג זיך געשפּילט שוין. דו זעסט נישט? ס'איז נאַכט.

yiddish poetry audio, поэзия на идишe, поэзия, yiddish audio, тексты на идише, видео

Previous post Next post
Up