'לא עליך המלאכה לגמור ואין אתה בן חורין להיבטל ממנה'

Aug 30, 2013 15:19


Наступающим Слихос посвещается:
אַ טרונק בראָנפֿן וואַרעמט אום ווינטער און קילט אום זומער.

דרײַ זאַכן שאַטן קיין מאָל נישט: שלאָף, בראָנפֿן און אַ באָד.

קודם לַכּל איז גוט אַ שהַכּל.

אָדם יסודו מעפֿר וסופֿו לעפֿר, און בינו לבינו איז גוט אַ טרונק בראָנפֿן.

גאָט איז גאָט און בראָנפֿן איז בראָנפֿן.

אַז שדי [אויף דער מזוזה] קען זיך נישט באַגיין אָן אַ גלעזל, ווי זאָל זיך דער זינדיקער מענטש באַגיין?

ביז דער קרעטשמע דאַרף מען אויף אַ טרונק.

אַ גוטער יריד איז ווערט אַ טרונק בראָנפֿן, נאָך אַ שלעכטן יריד מוז מען טאָן אַ טרונק בראָנפֿן.

אויף צו מאַכן אַ כּוסע איז אַ מזל־טובֿ אויך גענוג.

קיין שאָק טויג נישט, מערנישט אַ קעלישאָק איז גוט.

מיט אַ ביסל נאַריש וואַסער ווערט פֿון אַ מענטשן אַ חזיר.

בראָנפֿן איז פּלוידער־וואַסער.

עטימאָלאָגיע פֿונעם וואָרט „בראָנפֿן‟

идиш

Previous post Next post
Up