פון נייסטע לידלעך 2

Sep 19, 2018 00:28



באריס קארלאוו

September 14 at 12:14 PM ·

שבת, שבת, שבת שובה
בעט מחילה, פּראַוועט תּשובה

עסט געפילטע פיש מיט כריין
מיט כּוונה, מיט אַ מיין

ווער צום פּלאָג און ווער לחיים
מאַכט סך־הכּל פון שיריים

און פאַרבײַסט מיט האָניג לעקעך
שבת תּשובה איז דער מקח

און געדענקט ס´איז קורץ די צײַט
ווײַט ווערט נאָענט, נאָנט ווערט ווײַט

און דערנאָך מיט כּל־הנערים -
פון כּיפּורים אַזש ביז פּורים

ווער מיט געוויין, ווער מיט געזאַנג
זאָל ווײַטער אָנגיין פול מיט דראַנג
.




באריס קארלאוו

September 14 at 2:38 AM ·

מיר דאַרפן אַ גיבור, מיר דאַרפן אַ העלד
זי זאָל אונדז באַפרײען פון קאָסמישע קעלט.
איר גבורה זאָל שיינען, זאָל קלינגען איר ליד
אויף רחבותן ברייטע. אין אונדזער געמיט.

מיר זאָלן אינאיינעם מיט איר ווי מיט זיך
ניט קלאָגן, ניט וויינען, ניט אויסגיין צו גיך,
נאָר קלאָר און מיט שכל פאַרשטיין איר געזאַנג,
פארנעמען איר קול מיט זיין מונטערן קלאַנג.

און טאָמער געפינט מען דעם גיבור אַלץ ניט
פאַרבלייבט מען געפּענטעט, פאַרבלייבט מען פאַרשמידט

נאָר סיי־ווי־סיי גלויבן און האָפן מ'באַדאַרף:
זי'ט קומען, זי'ט קומען ווי טוי אויף דער שאַרף
פון גראָזיקן מעסער וואָס ציטערט אין ווינט,
באַלד, באַלד איידער נאַכטישער חושך פאַרשווינדט

September 5 at 9:02 PM ·

נשמה מיינע, ווייסט,
ווי שטאַרק, ווי צאַרט,
ווי וואַך
ז׳דער מינדסטער ריר
פון שטערנליכט
דורך סכך
אויף דיין - אויף מיין
געזיכט
פול שטילער פּראַכט?
טאָ בלייב מיט מיר
מיט מיר אַליין
די נאַכט.

באריס קארלאוו

September 4 at 4:29 PM ·

ראש־השנהדיקס

ווען גן־עדן קלאַנגען
ווערן פּלוצים פּריקרע
און דאָס וואָרט - געפאַנגען
פעסט אין שלאַקס געוויטער

און דאָס יאָר - אַנטרונען
און די שעה - פאַריבער

קער זיך ווידער, ברודער,
אום צו פּראָסטע לידער

קער זיך אום צום ריטעם
צו די תּמימות־גראַמען
צו דעם צווייגן־ציטער
שאָקל פון די שטאַמען

מאַך אַ שטילע ברכה
אַ פּראָסטן שהחיינו

וואָס נאָך אַלע בראָכן
טאַקע הגיענו

צו דעם ריינעם שכל
צו די ווערטער קלאָרע
מיט אַ קלוגן שמייכל
ווידער בראשית ברא

Previous post
Up