* Аудио כל נדרי
די זון איז פארגאנגען אראפ אין א פלאם
אויף כוואלעס די שטראלן צוגאסן
עס פארט א געפאנצערטע שיף אויפן ים
מיט רוסישע קריגס מאטראסן
דער שיפס קאפיטאן שטייט ביים שפיץ אויפן דעק
און האלט א לאָרנעטע א קליינע
און פלוצלינג ערזעט ער א הערליכן ברעג
און אויף אים א שטאט גאר א שיינע
אדעס הייסט די שטאט אירע לאמפן ביים פארט
גלאנצן ווי דיימאַנדס פון ווייטן
און פלוצלינג דערהערט ער א ניגון פון דארט
פון אלטע פארגעסענע צייטן
עס דערמאנט אים דער ניגון זכרונות אסאך
פון יארן מיט פיל פארגעניגן
ניט בעטהאווען מאָצאַרט ניט וואגנער ניט באך
ס'איז עפעס אן אנדער מין ניגון
עס ציט אים דער ניגון אין שטאט אריין דארט
ער קען זיך קיין ארט ניט געפינען
ער בינדט אפ א שיפל און פארט צו צום פארט
און ער לויפט אויפן ברעג ווי אָן זינען
ער לויפט אין די גאסען אריין און ארויס
דער ניגון ווערט שטארקער און קלערער
און וואס מער ער הערט אים זיין הארץ גייט אים אויס
די בענקשאפט ווערט שטארקער און שווערער
עס ציט אים דער ארויס פון דער שטאט
ביי פינסטערע הויכע פאבריקן
און אין א קליינינקער געסל עס האט
זיך אויפגעהערט הערן דער ניגון
און פלוצלינג דערזעט ער גיין ביי א וואנט
אן אלטיטשקע פרוי איינגעבויגן
א קליינינקע פעקעלע אונטערן האנט
א טיכל אריבער די אויגן
מוטערל, זאגט ער, א ניגון איך הער
און איך קען מיך קיין ארט ניט געפינען
עס ציט מיר די הארץ און עס בענקט זיך אהער
איך פיל אז עס רירט מיך פון זינען
זאגט אים די אלטע דיין פנים זאגט אויס
אז דו ביסט א איד און דעריבער
איז ביי דיר היינט דאס די בענקעניש גרויס
ווייל היינט איז די נאכט פון יום כיפור
די נאכט פון יום כיפור - גיט ער א געשריי
איך זע מיינע קינדערשע יארן
און דאס איז דער ניגון דאך פון כל נדרי!
עס לעבט ביי מיר אלץ אין זכרון
(מיין טאטע פלעגט זאגן אין שול אזוי פיין
איך בין זיין משורר געוועזן
זי גיט אים איר מחזור ער קוקט זיך דארט איין
ער האט נאך קיין זאך נישט פארגעסן)
א דאנק זאגט די אלטע ווער עס האט דיך געשיקט
פונקט אין דעם צייט העלפט ער תמיד
מען האט ביי אונז אלע בעל תפילות פארשיקט
נישטא ווער זאל צוגיין צום עמוד
ער קומט אין א הייפל פארשטעקט אין פיר ווענט
נאס דורכגעווייקטע פון טרערן
עס שטייען פיל מענטשן ער קוקט און דערקענט
פיל הויכע ארמיי אפיצערן
ביים קליינינקן שולכען עס ברענען פיל ליכט
א טלית ט'מען אים צוגעטראגן
ער דרוקט צו צום סידור זיין בלאסן געזיכט
און הייבט אן פאמעלאך זאגן
בישיבה של מעלה ובישיבה של מטה
אנו מתירים להתפלל עם העבריינים
און פון זיינע אויגן א טרער נאך א טרער
עס פאלן אריבער זיין פנים
אינדרויסן צושפרייט ליגט א פינסטערע נאכט
א רעגנדל הייבט אן צו פאלן
אומזיסט שטייט די שיף דארט אין ים און זי וואכט
אומזיסט שיקט זי אירע סיגנאלן
דער שיין פון פראָזשעקטערס עס זוכט אויפן ברעג
עס זוכט אויך צווישן די שטערן
דער שיפס קאפיטאן איז פיל העכער אוועק
און וועט זיך קיינמאל נישט אומקערן
ער שטייט ביי דעם עמוד געבויגן די קאפ
און קען נישט איינהאלטן די טרערן
ביין זייט שטייט דער טאטע פון הימל אראפ
געקומען כל נדרי צו הערן
נאר ווער קען דען זינגן אז די הארץ איז פול
און שיעור וואס עס פלאצט נישט דער מח
ער גיט זיך א דריי אויס פון עמוד צום שול
און הייבט אן צו שרייען מיט כח
מענטשן! צו ווייסט איר וואס איז געשען דא
שרעקלעכע הייליקע זאכן
צו נעמען א מענטשן אין איין האלבע שעה
און אזוי גליקלאך צו מאכן
אידן! איך האב היינט געפינען מיין גליק
מען האט מיך פון זומפ אויפגעהויבן
א ניגון געזוכט און געפונען צוריק
מיין אלטן פארלוירענעם גלויבן
א ניגון געזוכט און געפונען צוריק
מיין אלטן פארלוירענעם גלויבן